Khayke Beruriah Wiegand חייקע ברוריה וויגאַנד Yiddish poems לידער

Friday, October 06, 2006




חייקע ברוריה וויגאַנד

*

אויף יענער זײט ממשות

אויף יענער זײט ממשות
האָט מיט מײנע נשמה־סטרונעס
זיך געשפּילט דער ווינט,
שטיל־פאַרטראַכט,
זאַכט
און לינד,
און האָט אָנגערירט
מיין שלאָף
מיט צווײ פליגלען.

אויף יענער זייט ממשות
האָט נאָך מיינע נשמה־פעדעם
זיך געיאָגט די לבֿנה,
ביינאַכטיק־צאַרט,
נאָר איינגעשפּאַרט,
מיט כוונה,
און האָט פאַרשריבן
אין מיין האַרצן
איר געזאַנג.

אויף יענער זייט ממשות
האָט אין מיין נשמה־ביינאַכטיקײט
זיך פאַרבלאָנדזשעט אַ זונענשטראַל,
מאָדנע ליכטיק,
פאַרחלומט, געוויכטיק,
באַלעבט אַ פינקלענדיקן קוואַל,
און האָט געגלעט
מיינע נשמה־סטרונעס
מיט אַ שמײכל.

אויף יענער זייט ממשות...




ווינט־פויגל

איך לײג זיך אַריין אינעם ווינט
און פלי.
איך כאַפּ זיך דריי טראָפּנס
פון הימל
און טראָג זײ צו צום ים.

איך גראָב זיך אַ לאָך
אין ים
און לײג אַריין מיינע חלומות,
און אַ בלויער ים־בוים
וואַקסט אַרויס פון זײ.

איך נעם אַרום אַ ים־בוים,
און אַ בלויער פויגל
הײבט זיך אויף
פון אים אַרויס.
ער לײגט זיך אַריין אינעם ווינט
און פליט,
ווי איך.
און דער ווינט רוישט לעבן
און דער ווינט רוישט טויט,
ווי איך.






געפּלאַצט אַ סטרונע

געפּלצטע סטרונע.

זי איז ניט משוגע.
זי זעט אַ וועלט
מיט אירע גרויסע סאָווע־אויגן,
זעט אַ וועלט
מיט אָפּגרונטן,
תהומות און טיפענישן.
זי זעט שײנקײט.
זי איז ניט משוגע.

געפּלאַצט אַ סטרונע,
און אַלץ האָט זיך געביטן.
זי איז ניט משוגע.
זי זעט שײנקײט
אין אָפּגרונטן,
תהומות און טיפענישן.

זי זעט
מיט אירע גרויסע סאָווע־אויגן.
זי זעט.
זי זעט.

געפּלאַצט אַ סטרונע...





אַרבוזן אין אַ שטייג

אַרבוזן אין אַ שטייג –
געפאַנגענע
גרינע לבנות,
זאַפטיקע,
צייטיקע.

געפאַנגענע,
געטוליעט
אײנע צו דער צװײטער,
מיט קיילעכדיקע,
גלאַנצנדיקע פּנימער.

געפאַנגענע
גרינע לבנות –

אַרבוזן אין אַ שטייג...




מענטשן װי מאַנטלען

אײן מאַנטל זאָגט: „איך בין משוגע“ –
אַ צװײטער פּשוט: „איך בין מיד“ –
אײנער אַ מאַנטל שעפּטשעט : „איך בין גליקלעך“ –
אַן אַנדערער איז גאָר אײפערזיכטיק.

מאַנטלען װי מענטשן,
װאָס רעדן ניט צו דיר,
װען דו קוקסט זײ גלייך אין פּנים אַריין,
װאָס רעדן נאָר,
װען דו ביסט שוין פאַרביי –
שװייגנדיקע פאַרבייגײערס אין מאַנטלען.

אײן מאַנטל זאָגט: „איך בין אַ פּסיכאָפּאַט“ –
אַ צװײטער פּשוט: „איך בין אַ שיכור“ –
אײנער אַ מאַנטל שעפּטשעט: „איך בין אַ בײזער“ –
אַן אַנדערער איז גאָר אומדערטרעגלעך.

מאַנטלען װי מענטשן,
װאָס קענען זיך קײן אָרט ניט געפינען –
ניטאָ קײן רו פאַר זײ אויף דער װעלט –
זײ באַשולדיקן זיך אַלײן
אין כל־המינים בײזס –
אומרואיִקע זעלבסט־באַשולדיקערס אין מאַנטלען.

מענטשן װי מאַנטלען...








צװיט פון אַ מאַנדלבוים אין דער נאַכט

אַ פינצטער טאָל –
די נאַכט –
צװיט פון אַ מאַנדלבוים
לייכט אויף.
נביאישע װערטער –
אין הימל,
אויף דער ערד
און אונטער דער ערד,
אין מיר
און אַרום מיר –
צװיט פון אַ מאַנדלבוים
אין דער נאַכט.

שטימען,
פּנימער,
צעמישענישן.
אַ צװייג פון אַ מאַנדלבוים
זאָגט:
„איך בין װאַכיק“ –
אַ װאַכיקער חולם?
דאָס װאָרט:
שלום –
ירושלים של מעלה.
אַ חלום?
אַ װיזיע?
אפשר אַ הויך פון ממשות?

צװיט פון אַ מאַנדלבוים
אין דער נאַכט...




Stasys Krasauskas


װען די מלאכים דערװאַכן

װען די מלאכים דערװאַכן
אין דער פרי,
זענען דיינע האָר
נאָך צעשויבערט
פון שלאָף.

װען די מלאכים דערװאַכן
אין דער פרי,
נאָך אַ פינצטערער,
צעװילדעװעטער נאַכט,
אַ נאַכט פון חושך,
אַ נאַכט פון צעװאָרפנקײט,
און אַרום נאָר פינצטערניש
און פינצטערניש,
אַ נאַכט פון ייאוש,
אַ נאַכט פון פאַרלוירנקײט,
און אַרום נאָר פינצטערניש
און פינצטערניש,
אַ נאַכט פון
„װען װעט עס װידער װערן טאָג?“

און פּלוצלינג
גנבעט זיך אַריין
אַ מלאך,
װי אַ מאָרגנשטראַל,
אַ שטילער, אַ באַהאַלטענער,
און זאָגט דיר אַ „גוט־מאָרגן“
גלייך אין פּנים אַריין,
און אין פאַרבייגײן,

גלאַט אַזוי,
רירט ער אָן
מיין נשמה
מיט אַ פליגל.

אין דער פרי,
װען די מלאכים דערװאַכן,
און דיינע האָר
זענען נאָך צעפּאַטלט
פון שלאָף,
איז מיין נשמה
שוין צעשויבערט
פון אַ מאָרגנשטראַל.

װען די מלאכים דערװאַכן
אין דער פרי...








שטורעם־ווינטן

ווי אַ צעבראָכן שיפל
צווישן צעשויבערטע כוואַליעס,
געטריבן פון שטורעם־ווינטן
אַרויף און אַראָפּ,
געוואָרפן פון שטורעם־ווינטן,
אַרויף און אַראָפּ,
אַרויף און אַראָפּ,
נאָר תמיד פאָרויס...

ווי אַ פאַרוווּנדיקטער פויגל
צווישן צעפּאַטלטע דונער־וואָלקנס,
געטריבן פון שטורעם־ווינטן
אַרויף און אַראָפּ,
געוואָרפן פון שטורעם־ווינטן,
אַרויף און אַראָפּ,
אַרויף און אַראָפּ,
נאָר תמיד פאָרויס...

אַ לעבן
צווישן צעשויבערטע כוואַליעס,
צווישן צעפּאַטלטע דונער־וואָלקנס,
צווישן שטורעם־ווינטן,
געטריבן,
געוואָרפן,
אַרויף און אַראָפּ,
אַרויף און אַראָפּ,
נאָר תמיד פאָרויס!





מ
אָלדאָווע, זומער 2006, פאָטאָ: יוסף וויידלינגער
PHOTO: Jeff Veidlinger