Khayke Beruriah Wiegand חייקע ברוריה וויגאַנד Yiddish poems לידער

Thursday, September 10, 2020

?צי האָט איר געזען מײַן ציג




צי האָט איר געזען מײַן ציג?
זי איז ווײַס ווי דער זכּרון
און אירע ציצן
שפּריצן
מיט מילך און האָניק.

צי האָט איר געזען מײַן ציג?

זי איז אַ קונצן־מאַכער
אינעם קפֿיצת־הדרך־שפּיל
און פֿירט דיך אין איין רגע
קיין קראָקע צי קיין לעמבערג,
אָדער גלײַך קיין ארץ־ישראל.

צי האָט איר געזען מײַן ציג?

זי פֿלעגט שטיין
בײַ מײַן חבֿר ייִדעלעס וויגעלע
און איז אפֿשר
געשטאַנען אויך בײַ מיר.
זי פֿלעגט שפּעטער אַ סך יאָרן
זשאָביען דאָס גראָז
אויף די דעכער פֿון מײַנע חלומות.

צי האָט איר געזען מײַן ציג?

מאַמעס פֿלעגן זינגען וועגן איר,
קינסטלערס געפֿינען אַן אָרט פֿאַר איר
אין זייערע פּייזאַזשן.
זי פֿלעגט זיך חבֿרן
מיט גאָלדענע פּאַוועס
און פֿליִענדיקע פּאָרלעך.
נאָר איצט איז שוין אַפּנים
מער קיינער ניט
פֿאַראינטערעסירט אין איר.

צי האָט איר געזען מײַן ציג?

איך האָב פֿאַרלוירן מײַן ציג,
ווײַס ווי דער זכּרון,
און קען זי מער ניט געפֿינען...

און קען זי מער ניט געפֿינען...